די עלטערן צאלן איין א מינימאלע אפצאל ארויפצוגיין אויפ’ן סיסטעם און זענען גאראנטירט צו באקומען לכה”פ איין פאון-קאל במשך יעדע 2 וואכן מיט א פאסיגער שידוך-פארשלאג.
די עלטערן קענען כסדר אריינקאלן אין אפיס צו האבן אן אוזן קושבת זיך אויסשמועסן און זיך פאראינטערעסירן איבער נייעס/פארשריט, אויך קענען די עלטערן פארלאנגען און אויסקלויבן א ספעציפישער נאמען פון צווישן די פילע שדכנים אויפ’ן סיסטעם, מיט וועמען דירעקט צו האנדלן.
אצינד פאדערט זיך אויפצוטרייבן דרינגענד וויכטיג גרויסע סכומים, אוועקצושטעלן א פעסטע יסוד צו קענען פארברייטערן דעם בקרוב-אפיס און די קריטישע סערוויסעס. אייער געלט; קען בויען נאך א וועלט! ס’איז הצלת נפשות און א שותפות מיט כביכול אליין, דער מזווג זיווגים!